היסטוריון & מהנדס אלקטרוניקה

בן-ציון קליבנסקי

רבקה בַּסְמַן בן-חיים – משוררת יידיש ילידת וילְקומיר, 1925. פרסמה ספרי שירת יידיש רבים וזכתה להכרה ציבורית ולפרסים יוקרתיים. שלושה שירים פרי-עטה משנת 2017 היא העניקה לי, והם מובאים כאן כלשונם.

 

 

און ווען איך זע אײַך יעדן אינ=דער=פֿרי

בלײַבט אַ בלויער הימל אין מײַן טאָג,

אַ בילד קאָליריק יונג און תמיד הִי

אויך אין שטומקייט הער איך וואָס ער זאָגט.

 

זיצנדיק אַזוי אַנטקעגן דעם קאָליר

בליִען ביימער און דאָס גראָז איז גרין,

קיין זאַך ניט פֿאַרוועלקט וואָס אַרום דיר

און וואָס געווען פֿאַרלאָרן, איך געפֿין.

 

פֿרעג איך בײַ דער פּאָר וואָס אינעם בילד,

ניט איר עלטערט זיך און ניט איר רעדט,

יונג און פֿריש ווי קיין זאַך ניט פֿארשפּילט, -

זאָגט, ווי ווערט בײַ אײַך אַ האָר ניט שפּעט. 

אל מול ציור-השמן של הצייר מולה בן-חיים

  © כל הזכויות שמורות לבן-ציון קליבנסקי

לחבק שנים

מען גייט ניט פֿאַרלאָרן,

מען בלײַבט ניט אַליין,

עס העלפֿט דער זכרון

ריכטיק צו גיין.

 

ס'טוט וויי און דערציילט ניט

פֿאַר וואָס דאָס געשעט,

די רגע פֿאַרהיילט ניט

ניט פֿריער, ניט שפּעט.

 

און פּלוצעם באַווײַזט זיך

אַ ליכט ווי די זון

אין טאָג וואָס באַנײַט זיך

און שטאַרקט זיך דערפֿון.

 

מען גייט ניט פֿאַרלאָרן,

מען פּרוּווט פֿון דאָס נײַ

אַרומנעמען יאָרן

איידער פֿאַרבײַ. –

 

געגועים

איך וועל דערקענען נאָנטע טריט

און גיין וווּהין זיי פֿירן

און וועל פֿאַרזייען דאָרט מײַן ליד

דעם וועג באַצירן.

 

די בענקשאַפֿט ווייס אַיעדן וועג

אַוווּ זיך טרעפֿן,

אפילו צײַט וואָס לויפֿט אוועק

דערפֿירט און עפֿנט.

 

ניטאָ פֿאַר איר קיין טיר, קיין שלאָס

איר וועלט איז אָפֿן,

זי ווייס דעם סוֹד און ווייס פֿאַר וואָס

עס זינגען סטראָפֿן.

 

זי אָטעמט אין אַ וואָרט אַרײַן

דעם גאַנג פֿון נאָנטע טריט

און גייט מיט זיי וועלט אויס וועלט אײַן

פֿאַרבענקט אין ליד. –

אַנטקעגן אַן אייל-בילד פֿון מאָלער מולה בן-חיים

 

אַרומנעמען יאָרן

 

בענקשאַפֿט